Thursday, February 07, 2008

װעגעטאַריש געפֿילטע פֿיש: מזל אדר דגים

הײַנט איז געװען אַ טאָפּלטער יום־טובֿ, ראש־חודש אדר, און דער כינעזער נײַ־יאָר. בײדע יום־טובֿים זענען באַזונדערס מזלדיקע טעג פֿאַר פֿיש. בײַ ייִדן, זאָגן מיר װעגן דעם פֿרײליכסטן חודש „מזל אדר דגים“, און בײַ די כינעזער זאָגט מען 年年有鱼”, (ניען2 ניען2 יאָו3 יו2) װאָס מײנט „אַלע יאָר זאָל זײַן פֿיש” װאָס אױף כינעזיש איז אַ װערטערשפּיל פֿאַר „אַלע יאָר זאָל זײַן גענוג“

אױף אַזאַ גינציגן און מזלדיקן טאָג װי הײַנט איז עס שױן צײַט איך זאָל ענק איבערגעבן דעם רעצעפּט פֿאַר לינע ברױנס װעגעטאַריש געפֿילטע פֿיש, װאָס אַ סך פֿון ענק האָבן לאַנג געװאָלט.

װעגעטאַריש געפֿילטע פֿיש

פֿון לינע ברױן קאָך־בוך פֿאַר געזונטהײט ניו־יאָרק 1931, ז' 69. אױסלײג און אָרטאָגראַפֿיע האָב איך איבערגעגעבן װי עס שטײט און גײט אינעם אָריגינעלן טעקסט.

אַ קאָפּ סאַלאַרי. „אױסטערפּלענט“–אַ בינטל. אַ ציבעלע. אַ האַלב פֿונט װעלעשע ניס.

צעמאָלט עס אַלץ אין אַ שפּײַז־מילכל. צעשלאָגט צװײ אײער. אַ האַלבע קאָפּי זאָ. אַ שטיקל אײַנגעװײקטע ברױט. זאַלץ-צום טעם. מאַכט, אַז עס זאָל אױסזען װי שטיקלעך פֿיש. װיקלט עס אין ציבעלע שאָלכץ. דרײַ ציבעלעס. צװײ רױטע טרוקענע פֿעפֿערלעך. קאָכט עס אין אַ ביסעלע װאַסער צװאַנציק מינוט צוגעדעקט אױף אַ קלײנעם פֿײַער. סערװירט מיט צרײן. מען קאָן עס אױך מאַכן מיט קאַליפֿלאוער, אַנשטאָט די ”אױסטער פּלענט“.

3 Comments:

Anonymous Anonymous said...

װאָס איז "אויסטערפלענט
"?
װאָס מײנט קאָפּי זאָ
?

1:31 AM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

אױסטערפּלנטאיז ציגן־בערדל, אָדער סאלסיפײַ
salsify
אַ קאָפּי איז אַ טעפּל בײַ אין דעם בוך

זאָ איז נאָך אַ מיסטעִריע

1:47 PM  
Blogger Amy W. said...

I don't know what you said in this entry, but I love the picture. It is from the "Play with your food" collection. I LOVE them! I buy their calendar every year. It is impossible to not smile when you look at their pictures.

4:04 AM  

Post a Comment

<< Home